אין אן אינטערוויו מיט 'סי-בי-סי' איז פרעזידענט ביידען געפרעגט געווארן איבער זיין צוגאנג צו כינע. דער פרעזידענט האט געזאגט אז אמעריקע וועט האבן אן "עקסטרעמע קאנקורענץ" מיט כינע, אבער וועט נעמען אן אנדערע צוגאנג ווי דאס וואס פרעזידענט טראמפ האט גענומען, און אנשטאט דעם וועט ער לייגן דרוק אויף כינע זיך צו האלטן צו די אינטערנאציאנאלע געזעצן.
"מיר זוכן נישט קיין קאנפליקט מיט כינע, מיר וועלן לייגן דרוק אויף איר צו רעספעקטירן אינטערנאציאנאלע רעגולאציעס און אפמאכן" האט דער פרעזידענט געזאגט. דער פרעזידענט האט אויך געזאגט אז ער האט נאכנישט גערעדט מיט'ן כינעזער פרעזידענט זינט ער איז אריין אין אמט מיט א חודש צוריק, אבער האט צוגעלייגט אז ער פלאנט צו רעדן מיט אים אין די קומענדיגע טעג.
"איך קען אים גאר גוט, ער איז א שטייפער מענטש, און זייער א קלוגער, און ער האט נישט קיין דעמאקראטישע ביין אין זיין קערפער..." האט דער פרעזידענט געזאגט, און צוגעלייגט אז ער מיינט עס נישט אלס קריטיק, נאר דאס איז די רעאליטעט, און אז ער איז אפטימיסטיש אז מען קען טרעפן א וועג צו ארבעטן אינאיינעם ווען עס איז אין די אינטערעסן פון אמעריקע, און אז די איינציגע וועג צו ענדיגן כינע'ס מיסברויכן איז דורך ארבעטן מיט די אינטערנאציאנאלע געמיינדע.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה