נעכטן האבן זיך אנגעהויבן די אימפיטשמענט פראצעדורן אין סענאט. קוועלער ארום דעם געוועזענעם פרעזידענט זאגן אז ער האט מיטגעהאלטן לייוו דעם פראצעדור אין סענאט נעכטן און איז געווען אויפגעברויזט איבער די שוואכע אויפטריט פון זיין אדוואקאט ברוס קעסטאר. "אויב רעכנסטו אויפברויז פון איינס ביז צען, איז דער פרעזידענט געווען ביי נומער אכט" האט געזאגט זיינס א נאנטער פאר'ן ניו יארק טיימס.
קעסטאר האט שטארק אנטוישט טראמפ און זיינע שטיצע מיט א מאדנע אויפטריט אין וועלכע ער האט קוים פארטיידיגט טראמפ אדער אדרעסירט די רעלעוואנטע נושא, און אנשטאט האט ער געגעבן א לאנגווייליגע און לאנגע רעדע מיט אנעקדאטן און וויצן וועלכע האבן ארויסגערופן וואונדער אויף ביידע זייטן. "איך ווייס נישט וואס גייט פאר מיט אים" האט טראמפ'ס לעגאלער ראטגעבער עלען דערשאוויץ געזאגט אויף 'פאקס ניוז'.
די דעמאקראטישע קאנגרעסלייט האבן געעפנט דעם פראצעדור מיט א ווידעאו פרעזענטאציע פון די ראיאטן, און ווען עס איז געקומען קעסטאר'ס רייע צו רעאגירן האט ער האט אנגעהויבן זיין רעדע מיט'ן אויסלויבן די דעמאקראטישע פראקורארן פאר אן "אויסטערלישע פרעזענטאציע" און דאן גע'חנפ'ט די אנוועזנדע סענאטארן זאגנדיג אז זיי זענען "אויסטערלישע פערזענליכקייטן" און איז אריבער צו מיטטיילן אנעקדאטן פון זיינע קינדער יארן.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה