דער צווייטער אדוואקאט פון טראמפ'ס פארטיידיגונגס שטאב, דוד שאהן, האט געברענגט שטארקע אויפמערקזאמקייט נעכטן ווען ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויפ'ן קאפ ביים שלונגן פון זיין פלעשל וואסער דורכאויס די רעדע. דער אדוואקאט וועלכער איז אן ארטאדאקסישער איד איז נישט געגאנגן קיין קאפל ביי זיין רעדע און האט דעריבער ארויפגעלייגט זיין הענט אויפ'ן קאפ ביים מאכן א ברכה און ביים טרונקן, א זאך וואס האט ארויסגערופן וואונדער ביי די אלגעמיינע צוקוקער וועלכע האבן באלד אנגעהויבן שפעקולירן איבער דעם "מאדנע" ערשיינונג, און הונדערטער טויזנטער האבן מיטגעטיילט אויף סאציאלע מידיע דעם ווידעאו. שאהן האט דאס שפעטער אליין ערקלערט אויף טעלעוויזיע, און ווען ער איז געפרעגט געווארן פארוואס ער איז געקומען אן א קאפל האט ער ערקלערט אז ער האט נישט געוואלט ציען קיין באזונדערע אויפמערקזאמקייט צו זיין אידישקייט.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה