'יונייטעד עירליינס' סוספענדירט איר 777 פלאטע אין ליכט פון כמעט-קאטאסטראפע

פעדעראלע אוויאציע אגענטורן האבן פארארדענט פאר די 'באואינג' פירמע צו לייגן אן אפהאלט אויף אלע זייערע פליגערס פונעם 777 פלאטע, נאכדעם וואס א רייזע פון איין אזא פליגער וואס האט זיך געהויבן נעכטן פונעם דענווער לופטפעלד האט זיך כמעט געענדיגט מיט א קאטאסטראפע ווען דער ענדזשין האט אנגעהויבן ברענען און איז אראפגעפאלן אינמיטן די לופט, צו מזל איז געלונגען צו צוריקברענגען דעם פליגער צום לופטפעלד מיט אלע 231 פאסאזשירן אומגעשעדיגט. פעדעראלע באאמטע זאגן אז עס איז מעגליך אז דער אינצידענט איז פארבינדן צו די פאקט אז די 'פען בלעידס' פון דעם מאדעל פליגער זענען הויל פון אינעווייניג, און דעריבער קען זיין אז אלע פון דעם סארט זענען אומזיכער. דאס קומט אין א צייט וואס באואינג איז שוין אונטער קריטיק איבער זיכערהייטס פעלערן אין אנדערע מאדעלן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל