מדינת ישראל שטייט אויס 'עקאלאגישע קאטעסטראפע' מיט אויל-אויסגוס אויף אירע ברעגעס

מדינת ישראל אויטאריטעטן פרובירן צו דערגיין די קוואל פון א מיסטעריעזע אויל-אויסגוס אויף אירע ברעגעס וועלכע איז ווארשיינליך געקומען פון אן אויל-טאנקיר. די שעדליכע אויל און 'טאר' ברענגט שרעקליכע שאדנס צו לעבעדיגע באשעפענישן לענגאויס מדינת ישראל'ס מיטללענדישע ברעגעס, אריינגערעכנט פויגל און טשורעפאכאס. טויזנטער מדינת ישראל בירגער האבן זיך פרייוויליג אנגעשלאסן אין באמיאונגען צו רייניגן די ברעגעס און מדינת ישראל אויטאריטעטן האבן געווארנט בירגער צו אוועקשטיין פון די ברעגעס, און די 'פארק אויטאריטעט' אגענטור האט געזאגט אז עס קען נעמען א לאנגע צייט ביז די ים-ברעגעס וועלן זיין ריין, און אז דער ים גיסט נאך אלס אויס גאלאנען פון שעדליכע פליסיגקייטן אויף די ברעגעס.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל