פרישע אויפדעקונגען ארום מארד-מיסטעריע פון שווערצע ציווילע רעכטן באוועגונג

אין די לעצטע טעג איז ווידער ארויפגעשווימען אין די נייעס די אטענטאט פון דעם אקטיוויסט מאלקאלם עקס, א קאנטראווערסיאלער קעמפער פאר די רעכטן פון שווארצע וועלכער איז אומגעברענגט געווארן אין 1965 נאכדעם וואס עס זענען אפירגעקומען באווייזן אז די ניו יארקער פאליציי האט מעגליך געהאט א טייל דערין.

עקס איז אומגעברענגט געווארן דורך מיטגלידער אין דעם 'נאציאן אוו איסלאם' אבער א פרישע אויפדעקונג ברענגט אויף די מעגליכקייט אז די פאליציי האט געוואוסט דערפון פון פאראויס און זיכער געמאכט אז דער אנטענטאט איז סוקסעספול.

 עטליכע טעג פאר דעם אטענטאט זענען עטליכע פון עקס' לייב-וועכטער ארעסטירט געווארן אויף טעראריזם קלאגעס, אנגעבליך האבן זיי געוואלט אויפרייסן דעם 'פרייהייט סטאטוע' און ווען עקס איז אומגעברענגט געווארן האט ער טאקע נישט געהאט זיין געווענליכע וואך-גווארדיע, אבער עס איז ביז היינט באטראכט געווארן אלס א צופאל.

אצינד איז אפירגעקומען א געשריבענע 'וידוי' פון רעי וואודס, וועלכע האט געדינט אלס א געהיימער אגענט פאר די ניו יארקער פאליציי, און האט געהאלפן ארעסטירן דעם "טעראר באנדע" און איז געשטארבן מיט ארום צען יאר צוריק, אינעם סטעיטמענט שרייבט ער אז די גאנצע 'טעראריזם פלאן' איז געווען א שפיל פון די ניו יארקער פאליציי און דער ציל דערפון איז געווען צו ערלויבן די מערדער צו אנקומען צו עקס און אים אומברענגן.

פילע פראגעס זענען שוין ארויפגעשווימען פריער ארום דעם אנטענטאט, און איבער די מעגליכקייט אז די עף-בי-איי איז געשטאנען אונטער דעם, און דער ניו יארקער דיסטריקט אטוירני האט טאקע מיט א יאר צוריק געעפנט דעם קעיס, א ווארטזאגער פאר'ן ניו יארקער פאליציי דעפארטמענט האט געזאגט אז זיי קאאפערירן מיט דעם אויספארשונג וואס האלט נאך אינמיטן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל