סטיווען מילער, טראמפ'ס רעכטע האנט און הויפט ראטגעבער אויף אימיגראציע, איז ערווארטעט צו אפהאלטן א 'בריפינג' מיט רעפובליקאנער געזעצגעבער אינאיינעם מיט נאך צוויי טראמפ באאמטע וועלכע האבן זיך באפאסט מיט אימיגראציע אין די טראמפ אדמיניסטראציע.
דער קאנפערענץ מיט ארום 150 רעפובליקאנער געזעצגעבער אין סענאט און אין קאנגרעס, איז געצילט צו אוועקשטעלן א פאראייניגטע פראנט קעגן פרעזידענט ביידען'ס אימיגראציע פלענער, א זאך וואס איז א צייכן אז דער רעפובליקאנער פארטיי איז נאך אלס אונטער די איינפלוס פון די טראמפ אדמיניסטראציע און זיי פלאנירן צו שטעלן א העפטיגע ווידערשטאנד צו די יעצטיגע אדמיניסטראציע.
אזוי אויך זאגן פאליטישע אנאליסטן אז די רעפובליקאנער כאפן זיך צו צום אימיגראציע דעבאטע וויבאלד דאס קען זיי העלפן געווינען אין די מיד-טוירם וואלן, וויבאלד אנקעטעס צייגן אז דאס איז א אנלעגנהייט וועלכע טוט שטארק אויפהייטערן דעם רעפובליקאנער באזע, ספעציעל נעמנדיג אין באטראכט אז ביידען'ס פלענער זענען נישט אזוי פאפולער אפילו ביי פילע דעמאקראטן.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה