פראסט כוואליע און ווינטער שטורמעס האבן געקאסט אמווייניגסטענס 80 פאטאליטעטן

די שרעקליכע ווינטער אומשטענדן אין טעקסעס און אין ארומיגע שטאטן האבן געקאסט דערווייל איבער אכציג פאטאליטעטן לויט די אויטאריטעטן, אבער די צאל קען אייגענטליך זיין פיל העכער ווארענען עקספערטן. דאס רעכנט אריין צענדליגע וועלכע זענען געפרוירן געווארן צום טויט ל"ע,  אריינגערעכנט א 11 יעריג קינד אין טעקסאס, און נאך צענדליגע וועלכע זענען אומגעקומען צוליב קאמפליקאציעס פון די אויסגעשאלטערטע עלעקטעריק, אומגעפאלענע הייזער און פון עקסידענטס אויף די שאסייען. די אומשטענדן זענען נאך אלס גאר שווער, מיט ארום 8 מיליאן היימען וואס האבן נישט קיין צוטריט צו געזונטע און פרישע טרונק וואסער.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל