עף-בי-איי באשולדיגט אין פארנאכלעסיגן זיכערהייט בעפאר קאפיטאל ראיאטן

א טאג פאר די געוואלדטאטן און ראיאטן אום יאנואר 6 האט די עף-בי-איי ארויסגעשיקט אן אימעיל צו נידריג-ראנקיגע באאמטע אינעם קעפיטאל זיכערהייטס דעפארטמענט וועלכע האט געווארנט איבער א מעגליכע ארגאניזירטע איבערפאל אויף דעם קעפיטאל געביידע, לויט עדות'שאפטן וואס זענען נעכטן געהערט געווארן אינעם סענאט קאמיטע איבער די ראיאטן. דער הויפט פון די קעפיטאל פאליציי האט אבער געזאגט ביים פארהער אז דער ווארנונג איז נישט אנגעקומען צו אים, און די עף-בי-איי האט עס נישט גענומען גענוג ערנסט צו אלאמירן הויכע באאמטע. באאמטע אין די עף-בי-איי זאגן אז דער באריכט איז געווען באזירט אויף ווארנונגען אויף סאציאלע מידיע, און זיי האבן דאס נישט געקענט נעמען אלס פולשטענדיג קראנט וויבאלד מענטשן מאכן אפט איבערגעטריבענע ווארנונגען אויף די סארט פלאטפארמעס.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל