פרעזידענט ביידען פארארדנט פארצווייגטע 'סופליי טשעין' איבערזיכט

פרעזידענט ביידען האט נעכטן גענומען א וויכטיגע שריט אין זיין קאמפיין צוזאג צו פארזיכערן אז וויכטיגע אמעריקאנער אינדוסטריס פארלאזן זיך נישט צופיל אויף כינע און אנדערע אויסלענדישע פראדוקציע. דער פרעזידענט זאגט אז ער וויל טוישן געוויסע רעגולאציעס צו פארזיכערן אז פיר וויכטיגע אינדוסטריס קענען פראדוצירן זייערע פראדוקטן גענצליך אין אמעריקע אן זיך דארפן פארלאזן אויף אימפארט פון אויסלאנד.

די פיר אינדוסטריס זענען: קאמפיוטער טשיפס, בעטעריס פאר עלעקטרישע קארס, פארמאסוטיקעל מעדיצינען און אלע זייערע באשטאנדטיילן, און פארשידענע וויכטיגע מינעראלן וועלכע געפונען זיך אין עלעקטרישע פראדוקטן. דער 'צד השווה' פון די אלע פראדוקטן זענען אז זיי קענען זיין לעבנס-וויכטיג אין צייט פון א קריזיס, און זענען וויכטיגע פונדאמענטן פון די עקאנאמיע.

דער ציל פון דעם איבערזיכט איז צו פארזיכערן אז דער אמעריקאנער אינדוסטרי ווערט נישט פארקריפלט אין צייט פון קריזיס און אז כינע קען נישט האלטן אמעריקע פאר'משכונ'ט מיט'ן צוריקהאלטן עקספארט פון וויכטיגע באשטאנדטיילן. דער פרעזידענט האט אויפגעשטעלט א קאמיטע וועלכע וועט ביז הונדערט טעג ברענגען א באריכט איבער וויפיל פון די פראדוקטן ווערן פראדוצירט אין אמעריקע און דאן וועט דער פרעזידענט נעמען ווייטערדיגע שריט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל