פרעזידענט ביידען און פרעמיער מיניסטער טרודאו פארשפרעכן צו באנייען אמעריקאנער-קאנאדישער בונד

נעכטן איז פארגעקומען א 'ווירטואלע' פרעסע קאנפערענץ פון פרעזידענט ביידען און דער קאנאדישער פרעמיער מיניסטער דזשאסטין טרודאו, דער ערשטער אזא פאראייניגטע פרעסע קאנפערענץ מיט א אויסלענדישער פירער פאר פרעזידענט ביידען.

ביידע פירער האבן פארשפראכן צו באנייען די היסטארישע בונד צווישן אמעריקע און קאנאדע וועלכע איז געווארן עטוואס אנגעשטרענגט אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע, "אמעריקע האט נישט קיין נאנטערע פריינט ווי קאנאדע" האט פרעזידענט ביידען פראקלאמירט דורכאויס דעם קאנפערענץ.

די צוויי פירער האבן פארשפראכן צו ארבעטן אינאיינעם אויף האנדל, נאציאנאלע זיכערהייט, קלימאט טויש, און נאך. פרעמיער מיניסטער טרודאו – וועלכער איז באצייכנט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ מיט טיטלן ווי שוואך און נאריש האט געזאגט "קאנאדע האט זיך געבענקט צו די נאנטשאפט צו אמעריקע אין די לעצטע פאר שווערע יארן" אין אן אנדייטונג צו די אנעשטרענגטע באציאונגען אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל