פעדעראלע פראקורארן האבן אנגעקלאגט טאמעס וועבסטער, א געוועזנער ניו יארקער פאליציי אפיציר, מיט א רייע קלאגעס איבער זיין באטייליגונג אין די יאנואר 6 ראיאטן אויף די קעפיטאל געביידע. וועבסטער ווערט געזען אויף ווידעאו ביים פיזיש אנגרייפן א קעפיטאל פאליציאנט מיט אן אייזערנעם שטעקן, און אים אומווארפן אויף דער ערד נאכ'ן דורכברעכן די שוץ-באריקאדעס. דער 52 יעריגער וועבסטער האט פענסיאנירט פון די פאליציי אין 2011 און האט געדינט נאכדעם אלס זיכערהייט וועכטער אין 'גרעיסי מענשאן' דער ניו יארקער מעיאר'ס היים. וועבסטער האט זיך פרייוויליג איבערגעגעבן פאר די עף-בי-איי און זיינע אדוואקאטן זאגן אז דער קעפיטאל פאליציאנט האט אים קודם אטאקירט, אבער פעדעראלע פארשער האבן די באדי-קאמערע ווידעאו פון צען מינוט פון דעם אינצידענט און זאגן אז ער האט געשלאגן דעם פאליציאנט מיט ברוטאליטעט, און דער פאליציאנט האט אים נישט געשלאגן פריער.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה