סענאט עפנט באשטעטיגונגס-פארהער פאר קומענדיגע סי-איי-עי דירעקטאר

ביל בורנס, פרעזידענט ביידען'ס קאנדידאט פאר די פאזיציע פון סי-איי-עי דירעקטאר וועט היינט צום ערשטן מאל אויפטרעטן פארנט פון די שפיאנאזש קאמיטע אין סענאט פאר זיין באשטעטיגונגס פארהער. בורנס איז א רעספעקטירער דיפלאמאט וועלכער האט געארבעט אין דעמאקראטישע און רעפובליקאנער אדמיניסטראציעס, אנגעהויבן פון די רעיגען אדמיניסטראציע ביז צו די אבאמא אדמיניסטראציע. אויב ווערט ער באשטעטיגט וועט עס זיין דאס ערשטע מאל וואס אין שפיץ פון די סי-איי-עי שטייט עמיציר וואס איז א לעבנסלענגליכער דיפלאמאט מיט גאנץ ווייניג פאליטישע ערפארונג. בורנס איז ערווארטעט צו ארויסלייגן פאר די קאמיטע זיינע פריאריטעטן אלס סי-איי-עי דירעקטאר וועלכע ער האט שוין פריער ארויסגעשטעלט, דאס רעכנט אריין פארזיכערן אז אמעריקע האט א טעכנאלאגישע אויבערהאנט איבער אנדערע לענדער.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל