הרב רבי יוסף בנימין וואזנער שליט"א געקרוינט אלס אב"ד שבט הלוי

נעכטן ביי די לווי' פון הגאון רבי חיים וואזנער זצ"ל איז געקרוינט געווארן זיין זון יבלחט"א הרב רבי יוסף בנימין וואזנער שליט"א אלס ממשיך דרכו און וועט געקרוינט ווערן אלס רב פון די קהלה שבט הלוי און ראש ישיבה פון ישיבת חכמי לובלין. רבי יוסף בנימין שליט"א האט איבערגענומען זיין פאטער אלס רב פון די סאטמארע קהלה אין לאנדאן פאר א תקופה פון עטליכע יאר, און האט אויך געדינט אלס רב פון 'קהל חסידים' אין אלעד, און שפעטער געשטאנען לימינו פון זיין טאטן אין די לעצטע יארן. ער איז באקאנט אלס אן אוזן קשבת פאר אידן פון אלע שיכטן און קרייזן און האט א ספעציעלע כח צו ברענגן שלום בית בין איש לאשתו. זיין התמנות ברענגט א נחמה פאר די טויזנטער אידן וועלכע זענען צוגעבינדן צום 'שבט הלוי' און זענען מתפלל פאר די הצלחה פונעם ממשיך פון דעם שושלת לבית וואזנער.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל