פעיק ניוז: דער אהל אין מעזשיבוזש שטייט ב"ה און קיינער איז נישט געשעדיגט

נעכטן האט צירקולירט א מעסעדזש אין ארץ ישראל אין וועלכע אן אנאנימער שרייבער שרייבט אז "דער אהל אין מעזשיבוזש איז צוזאמענגעפאלן, עטליכע מתפללים זענען פארכאפט זייטס מתפלל" און עס האט נאכגעפאלגט מיט נאך א מעסעדזש "מען דארף תפילות, די מצב זעט נישט אויס גוט" – עס איז נישט קלאר ווער עס האט געהאט אן אינטערעסע אין פאשפרייטן אזא פאלשע געשיכטע, אבער נאך לאנגע מינוטן פון זארג פון אידן איבער דער וועלט האט דער באקאנטער עסקן פון לאנדאן מאיר וויינער (אינעם בילד) טעלעפאנירט צו א מעזשיבוזשער איינוואוינער וועלכער האט אין א ווידעאו פארבינדונגען אים געצייגט אז דער אהל שטייט מיט'ן פולסטן פראכט, און עס האט ווידער געדינט אלס דערמאנונג אז מען דארף נישט קויפן יעדע שטיקל אינפארמאציע וואס צירקולירט אויף וואטסעפפ.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל