אין אן אויספרעג-בויגן ארויסגעשיקט דורך דעם אנגלא-אידישן 'פארווערדס' צייטונג צו אלע קאנדידאטן פאר מעיאר אין דער פארמעסט אין ניו יארק סיטי האבן זיי געפרעגט איבער זייער מיינונג ווי ווייט די סטעיט און סיטי זאלן גיין מיט'ן דרוקן אויף ישיבות צו איינפירן מער לימודי חול.
דער שטארקסטער ענטפער איז געקומען פונעם מעיאר קאנדידאט ענדרו יענג וועלכער האט גענומען א גאר שטארקע און קלארע שטעלונג, "אלס מעיאר וועל איך רעספעקטירן רעליגיעזע פרייהייט, און עס איז נישט אונזער געשעפט זיך צו אריינמישן וויאזוי די ישיבות ווערן געפירט."
ער האט אויך צוגעלייגט אז ער וועט זוכן צו בויען בעסערע צוטרוי צווישן דעם חרד'ישן ציבור און די רעגירונג באאמטע. דער 'פארווערד' ברענגט פון געוויסע קוועלער אז יענג איז שטארק קאנצעטרירט צו געווינען דעם בלאק וואוט פונעם היימישן ציבור און האלט אפ געשפרעכן מיט עסקנים.
פון אלע אנדערע קאנדידאטן האט יענג געגעבן די שארפסטע ענטפער, אלע אנדערע האבן זיך אדער ארויסגעדרייט אדער געשריבן פארנעפלטע טערמינען א שטייגער ווי "איך וועל ארבעטן מיט די עסקנים און טרעפן דעם בעסטן וועג וויאזוי צו גיין פאראויס, און אזוי ווייטער" אבער קיינער האט נישט קלארגעשטעלט אז די סיטי קען זיך אינגאנצן נישט אריינמישן.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה