טראץ וואס פרעזידענט ביידען האט אנגעדייטעט אז ער פלאנט זיך צוריק אנצושליסן אינעם נוקלעארן אפמאך וואס אמעריקע און אייראפע האבן געשלאסן מיט איראן אונטער פרעזידענט אבאמא, האט ער נעכטן אנגעדייטעט אז ער נעמט א שטייפערע ליניע ווי די אבאמא אדמיניסטראציע, און עס זעהט נישט אויס אז דער אפמאך וועט אריינגיין אין קראפט אזוי שנעל.
דער פרעזידענט האט קלארגעשטעלט אז ער וועט נישט צו קומען צום פארהאנדלונגס טיש ווילאנג די איראנער הערן נישט אויף בארייכערן אוראניום אין פארלעצונג פונעם אפמאך. איראן וויל אבער נוצן דאס בארייכערן אוראניום אלס א שטעקן צו האבן אן אויבערהאנט אין די פארהאנדלונגען, דעריבער איז די אומצוויידייטיגע דעקלעראציע פון פרעזידענט ביידען א מעגליכע שטרויכלונג זיך צו אומקערן צו די אפמאך.
אזוי אויך האט פראנקרייך – פון די פינף לענדער אונטערגעשריבן אויפ'ן אפמאך - דערקלערט אז זיי וויילן אז סאודי אראביע און די גאלף לענדער זאלן זיין טייל פונעם אפמאך, א זאך וואס איראן האט קאטעגאריש אפגעווארפן, דעריבער ווי עס קוקט יעצט אויס האלט מען נאך ווייט פון צוריקגיין צום אפמאך.
אין די זעלבע צייט הערט מען מער און מער אנדייטונגען פון מדינת ישראל מיליטערישע פירער און שטאַטסמאן איבער צוגרייטונגען פאר א באלדיגע מדינת ישראל אנגרייף אויף די איראנער נוקלעארער איינריכטונגען, אבער עס איז שווער צו וויסן אויב דאס איז ערנסטע פלענער אדער א טאקטיק צו שטופן פאר א בעסערע אפמאך.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה