פארשער דעקן אויף פוטין 'גיפט סקוואד' וועלכע האבן פארגיפטעט נאוואלני און אנדערע פוטין קעגנער

דער 'בענליקעט' פארש-דזשורנאל דעקט אויף אז די זעלבע אגענטן וועלכע האבן פארגיפטעט אלעקסיי נאוואלני אויף א פליגער אין רוסלאנד האבן מיט עטליכע יאר פריער פארגיפטעט א רוסישער שרייבער און קאלומניסט וולאדימיר קארא-מורזא און נאך אקטיווסטן, וואס טייל פון זיי זענען געשטארבן פון דעם 'נאוויטשאק' גיפט.
 
קארא-מורזא, איז געווען באקאנט מיט זיינע בייסיגע קאלומנ'ס קעגן פוטין אין צייטונגען ווי די 'וואשינגטאן פאוסט' און נאך רוסישע דיסידענטן. פארשער זענען נאכגעגאנגען רייזע רעקארדס פון די וועלכע האבן זיך געפונען אויפ'ן פליגער מיט נאוואלני און האבן אים פארגיפטעט מיט'ן 'נאוויטשאק' גיפט, דער זעלבער וואס פוטין האט גענוצט קעגן צענדליגע פון זיינע קעגנער.

זיי האבן אויפגעדעקט אז די זעלבע גרופע האבן זיך צוגעטשעפעט צו קארא-מורזא אויף זיבן באזונדערע רייזעס ביז זיי האבן אים עווענטועל דערווישט אין 2017 און אים פארגיפטעט, און אלס רעזולטאט איז ער נאך ביז היינט אין א שווערע געזונט צושטאנד, און אזוי אויך האבן זיי געפונען זייערע שפורן אויף באן און פליגער רייזעס פון עטליכע דיסידענטן וועלכע זענען "מיסטעריעז" געשטארבן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל