פרעזידענט ביידען האלט אפ ערשטע טעלעפאונישע געשפרעך מיט כינעזער פירער

פרעזידענט ביידען האט נעכטן אפגעהאלטן דעם ערשטן טעלעפאונישן געשפרעך מיט'ן כינעזער פרעזידענט אין וועלכע ער האט אים קאנפראנטירט איבער מענטשן רעכט פארלעצונגען און איבער אומ'יושר'דיגע האנדלס טאקטיקן, לויט די טראנסקריפט ארויסגעגעבן דורכ'ן ווייסן הויז.

"דער פרעזידענט האט אים פארגעהאלטן איבער כינע'ס מענטשן-רעכט פארלעצונגען, איר אגרעסיווע אונטערדריקונג אין האנג-קאנג און קעגן טאיוואן" לויטעט דער סטעיטמענט פונעם ווייסן הויז, און רעכנט אויס א סעריע פון פראבלעמען וואס דער פרעזידענט האט אויפגעברענגט אינעם שמועס, אריינגערעכנט האנדלס פארלעצונגען און סייבער-פארברעכנס פון כינע.
 
לויט'ן טראנסקריפט האט דער כינעזער פרעזידענט אויסגעדרוקט וויליגקייט צו קאאפערירן מיט אמעריקע ווען עס קומט צו גלאבאלע אנלעגנהייטן אבער האט אויסגעדרוקט אומצופרידנהייט פון אמעריקע'ס פארזוכן זיך צו מישן אין אירע "אינערליכע אנלעגנהייטן" אין האנג-קאנג און אין טאיוואן. די צוויי פירער האבן איינגעשטימט צו האבן "אן אפענע ליניע פון קאמיוניקאציע" גייענדיג ווייטער.    


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל