אנטי-טראמפ רעפובליקאנער האלטן אפ געשפרעכן איבער נייע פארטיי

עטליכע וואכן נאכדעם וואס שפעקולאציעס האבן צירקולירט איבער די מעגליכקייט פון א נייע פארטיי אונטער טראמפ האט זיך דאס רעדל א דריי געגעבן. א גרופע פון טראמפ'ס קעגנער אינעם פארטיי וועלכע אנערקענען אז דער געוועזענער פרעזידענט האט נאך אלס קאנטראל אויפ'ן פארטיי קלערן פון גרונדן א נייע צענטער-רעכטע קאנסערוואטיווע פארטיי און האבן – לויט באריכטן – אפגעהאלטן א זיצונג פאריגע וואך פרייטאג דאס צו דיסקוטירן.

די גרופע רעכנט אריין איבער הונדערט פראמינענטע פיגורן אין די פארטיי, אריינגערעכנט געוועזענע און אמטירנדע קאנגרעסלייט און סענאטארן, אריינגערעכנט קאנגרעספרוי ליז טשעיני, סענאטאר מיט ראמני און נאך. זיי האבן דעבאטירט איבער עפענען אן אייגענע פארטיי, אדער פארמירן א אייגענע פליגל אין די רעפובליקאנער פארטיי וועלכע זאלן קאאפערירן מיט די דעמאקראטן.

צווישן די אקטיוויסטן פאר אזא פארטיי ציילט זיך פרעזידענט טראמפ'ס געוועזענער קאמיוניקאציע דירעקטאר אנטאני סקאראמוטשי וועלכער זאגט אז אזא פארטיי קען דינען אלס קאנטער-באלאנס צו עקסטרעם-לינקע און עקסטרעם-רעכטע צוגלייך, און אז אסאך איבער דעם באשלוס ווענדט זיך וויאזוי די רעפובליקאנער וועלן שטימען אין די אימפיטשמענט פראצעס. 


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל