רעפובליקאנער סענאטאר זאגט אז 'אימפיטשמענט מענעדשער' האט פארדרייט זיינע ווערטער

א ספעקטאקל איז אנטשטאנען נעכטן אין לויף פון דעם אימפיטשמענט פראצעס ווען איינער פון די אימפיטשמענט מענעדזשערס קאנגרעסמאן דעיוויד סיסילין האט אויפגעברענגט אלס טייל פון זיין קעיס די ווערטער פון סענעטאר מייק לי פון יוטע וועלכער האט מיטגעהאלטן א טעלעפאון רוף צווישן פרעזידענט טראמפ און סענטאר טאבערוויל פון אלאבאמא.

דער פרעזידענט האט געמאכט דער טעלעפאון רוף צו לי, אבער איז געווען א טעות און דער פרעזידענט האט געוואלט רעדן מיט סענאטאר טאבערוויל, וועלכער איז געווען דערנעבן און דער פרעזידענט האט גערעדט מיט טאבערוויל אין די אנוועזנהייט פון לי, וועלכער האט שפעטער באריכטעט צו קוועלער אין די פרעסע דערוועגן.

סיסילין האט געזאגט אין נאמען פון מייק לי אז דער פרעזידענט האט געבעטן טאבערוויל צו אפשטופן דעם פראצעדור פון באשטעטיגן די וואלן, אבער סענאטאר מייק לי איז געווען אויפגעברויזט איבער דעם וואס מען האט גענוצט זיין נאמען, און האט פראטעסטירט דערקעגן און פארלאנגט מען זאל 'אויסמעקן' דעם אינצידענט פון די רעקארדס און געזאגט אז זיינע ווערטער זענען פארדרייט געווארן.

דאס האט פאראורזאכט א לעגאלע פראגע איבער וויאזוי צו גיין ווייטער און דער סענאט זאל האט געפיבערט מיט אקטיוויטעטן ביז דעמאקראטן און דער פארזיצער פונעם אימפיטשמענט פראצעס סענאטאר פעטריק לעיהי האבן איינגעשטימט צו צייטווייליג ארויסנעמען דעם ציטאט פון די באווייזן קעגן פרעזידענט טראמפ.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל