סענאט האלט אפ דריטע טאג פונעם אימפיטשמענט פראצעס

א טאג נאכדעם וואס דער סענאט האט געשטימט איבער די לעגאליטעט פונעם אימפיטשמענט פראצעדור האבן נעכטן דעמאקראטן געעפנט דעם אימפיטשמענט מיט'ן פרעזענטירן פרישע ווידעאו פונעם איבערפאל וועלכע זענען נאכנישט געזען געווארן פריער, מיט'ן ציל צו אונטערשטרייכן די געפאר וואס האט געלויערט אויף די לעבנס פון סענאטארן און קאנגרעסלייט.

עס האבן אויפגעטרעטן עטליכע דעמאקראטישע קאנגרעס-מיטגלידער וועלכע דינען אלס 'מענעדזשערס' וואס זענען אזוי ווי פראקורארן ווען עס קומט צו אימפיטשמענט, און האבן פארגעשטעלט דעם קעיס אז פרעזידענט טראמפ האט אנגעהעצט די מאסן צו שטורעמען דעם געביידע. און אז זיין רעטאריק האט דירעקט געפירט צו די שריט פון די אויפגעהייטערטע מאסן.

זיי האבן אויך פארגעשטעלט – אלס טייל פון די באווייזן - א טעלעפאון קאל וואס פרעזידענט טראמפ האט געמאכט צום ניי-ערוויילטן סענאטאר טאמי טאבערוויל פון אלאבאמא – שוין אינמיטן דעם איבערפאל – אין וועלכע ער האט אים געבעטן צו העלפן אפשטופן די ציילונג פון די שטימען, און געמאכט דעם ארגומענט אז דער פרעזידענט האט אייגענטליך געשטיצט דעם איבערפאל אלס מיטל צו פארשפעטיגן דעם פראצעדור.

די קאנגרעסלייט האבן אונטערגעשטראכן אז פרעזידענט טראמפ האט געוויסט אז ער לייגט אריין זיין אייגענע וויצע פרעזידענט אין געפאר מיט'ן העצן קעגן אים, און האבן פארגעשטעלט א ווידעאו וואס צייגט וויאזוי איינער פון די פירער פון דעם איבערפאל ליינט פאר הויעך - אויף א מעגאפאון – א טוויט פון טראמפ קעגן פענס, און ווידעאו פון צוהיצטע מאסן וואס רופן פאר זיין הינריכטונג.

היינט וועלן דעמאקראטן ווייטער אויפטרעטן צו מאכן דעם קעיס, און מארגן איז דער פראצעס ערווארטעט צו ווערן געשלאסן מיט די אויפטריט פון טראמפ'ס אדוואקאטן, אבער ווי עס שיינט איז דער אויסגאנג שוין קלאר אז בלויז געציילטע רעפובליקאנער וועלן שטימען מיט די דעמאקראטן, און דער אימפיטשמענט וועט נישט האבן די נויטיגע צוויי-דריטל שטימען צו פאראורטיילן דעם געוועזענעם פרעזידענט.

דער 'בלומבערג' נייעס קוואל באריכטעט אז דער רעפובליקאנער פירער מיטש מעקאנעל האט געזאגט פאר רעפובליקאנער קאלעגעס אז ער איז נאך אומבאשלאסן וויאזוי צו שטימען איבער דעם פראצעס, טראץ וואס ער האט געשטימט דעם מיטוואך אז דער פראצעס איז נישט אויסגעהאלטן. ער האט אויך געזאגט פאר רעפובליקאנער סענאטארן אז זיי קענען שטימען וויאזוי זיי שפירן פאר ריכטיג.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל