רוסלאנד דרוקט אויס אויפברויז אויף ביידען'ס "אגרעסיווע רעטאריק"

פרעזידענט ביידען האט אין זיין אויסערן פאליסי רעדע פארשפראכן א שטייפערע פאזיציע ווען עס קומט צו רוסלאנד, זאגנדיג" איך האב קלארגעשטעלט פאר וולאדימיר פוטין אין זייער קלארע ווערטער – אנדערש ווי מיין פארגייער (טראמפ) - אז די טעג וואס אמעריקע קוקט די אנדערע זייט ווען עס קומט צו אירע אגרעסיעס זענען פאראיבער" און געזאגט אז אמעריקע וועט ארבעטן מיט מאסקווע ווען עס זענען דא פאראייניגטע אינטערעסן, אבער גאר איר שארף פארדאמען ווען עס קומט צו מענטשן-רעכט פארלעצונגען און שריט קעגן אמעריקע. די ווערטער זענען נישט אויפגענומען געווארן צו ווארעם אין מאסקווע, און דער קרעמלין האט ארויסגעלייגט א פארדאמונג איבער די "זייער אגרעסיווע רעטאריק" פונעם פרעזידענט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל