פרעזידענט ביידען האלט אפ ערשטע 'אויסערן פאליסי' רעדע אלס פרעזידענט

פרעזידענט ביידען האט די פארגאנגענע וואך באזוכט די הויפטקווארטירן פונעם אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט געבנדיג די ערשטע רעדע אויף אויסערן פאליסי זינט ער איז איינגעשוואוירן געואורן אין אמט. ער האט אדרעסירט פארשידענע הינזיכטן פון אמעריקאנער אויסערן פאליסי און ארויסגעשטעלט זיין אגענדע, זאגנדיג "אמעריקע איז צוריק, דיפלאמאטיע איז צוריק, איר סטעיט דעפארטמענט איז דער צענטער און די הארץ פון אלעס וואס איך פלאן צו טון אלס פרעזידענט" האט ער געזאגט. דער פרעזידענט האט פארשפראכן צו לייגן צוערשט אמעריקע'ס עקאנאמישע אינטערעסן און געזאגט אז זיינע אויסערן פאליסיס זענען באזירט צוערשט אויף 'צוריקברענגען אמעריקאנער דזשאבס' קיין אמעריקע, און צוגעלייגט "עס איז מער נישטא קיין חילוק צווישן אינערן און אויסערן פאליסי, עס גייט אינאיינעם. ער האט אויך געזאגט אז אונטער זיין אדמיניסטראציע וועט אמעריקע אריינלאזן 125 טויזנט יערליך.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל