גאר שוואכע דזשאבס באריכט פאר יאנואר: מארקעט צוריקבאקומען בלויז 49 טויזנט דזשאבס

דער דזשאבס באריכט פאר יאנואר וואס איז ארויסגעקומען פאריגע וואך, דער ערשטער פרייטאג פון פעברואר, איז גאר אנטוישנד און צייגט אז דער ערהוילונג גייט שטייטער ווי געראכטן. דער באריכט צייגט אז דער אמעריקאנער דזשאבס מארקעט האט צוגעלייגט 49 טויזנט דזשאבס, און דער ארבעטסלאזיגקייט ראטע איז עטוואס געפאלן, פון 6.7% אין יאנואר צו 6.3% אבער פארט איז דאס נישט קיין גוטע נייעס, ספעציעל נאכדעם וואס דער באריכט פארריכט אויך די ציפערן פון די פריערדיגע חדשים און צייגט אז די פארלוסטן אין די מארקעט אין נאוועמבער און אין דעצעמבער זענען געווען ארגער ווי באריכטעט. אלעס אינאיינעם פארמאגט היינט דער דזשאב מארקעט מיט ארום צען מיליאן מענטשן ווייניגער וואס פארמאגט א דזשאב אין פארגלייך צו פאריגע יאר מערץ. און דער ערהוילונג גייט שטייטער ווי מען האט געשאצט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל