דשאנסאן און דזשאנסאן פארלאנגט פארשנעלערטע באשטעטיגונג פאר איר איינצעלע-שאט וואקסין

די ריזיגע פירמע דזשאנסאן און דזשאנסאן האט פארלאנגט פון די עף-די-עי צו פארשנעלערן דעם באשטעטיגונג פראצעדור פאר איר וואקסין נאכדעם וואס עס איז אריבער דעם דריטן פאזע מיט שטוידעס אויף צענדליגע טויזנטער פאציענטן. די פראבעס האבן געצייגט אז עס איז ארום 75% עפעקטיוו אין פארמיידן דעם וויירוס, (עטוואס ווייניגער ווי די אנדערע וואקסינען) אבער נאנט צו הונדערט פראצענט אין פארמיידן ערנסטערע קאמפליקאציעס און פאטאליטעטן. דאקטאר פאוטשי האט נעכטן געשאצט אז עס קען ווערן באשטעטיגט ביז א וואך אדער צוויי. די גוטע נייעס מיט דעם וואקסין איז אז עס איז בלויז איין שאט, און דער צווייטער אז מען דארף עס איז נישט האלטן פארפרוירן, א זאך וואס ברענגט דערצו אז די יעצטיגע וואקסינען זענען זייער קאמאפליצירט צו ליפערן און ספעציעל ווען עס קומט צו ארימערע לענדער וואס פארמאגן נישט די איינריכטונגען דערויף.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל