רעזולטאטן פונעם וואקסין אין מדינת ישראל צייגט פאזיטיווע בילד פאר'ן צוקונפט

די וואקסינאציע פראגראם אין מדינת ישראל איז דערווייל די גרעסטע איבער די וועלט אין פארגלייך צו די צאל בירגער, און אצינד נאך עטליכע וואכן שטעלט זיך ארויס א קלארע בילד: קאוויד אינפעקציעס זענען כמעט עלימינירט געווארן צווישן די וועלכע זענען וואקסינירט געווארן, א געוויסע פראצענט האבן נאך אלס געקריגן דעם ווירוס אבער אויף א גאר מילדע וועג, אויך צווישן די וועלכע זענען 'הויכע ריזיקע' פאציענטן און נארמאל וואלטן זיי שווער באטראפטן געווארן. אין בריטאניע איז אויך ארויסגעקומען די באריכטן נאכדעם וואס זיבן מיליאן זענען וואקסינירט געווארן און עס שטעלט זיך ארויס אז 3 פון יעדע טויזנט מענטשן האבן א נעגאטיווע רעאקציע, אבער עס איז נאך אלס נישט אזוי ווי קאוויד, און עס איז אזוי ווי די פלו, אביסל ווייטאג און שלעפעריגקייט, אבער ארום איינער פון יעדע פופציג טויזנט האט יא א שווערערע אלערגישע רעאקציע צום וואקסין.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל