אייראפע קלערט פון קויפן רוסישע און כינעזער וואקסינען

דער וואקסינאציע פראגראם פונעם אייראפעאישן פאראיין איז שרעקליך שלימזל'דיג און זיי זענען גאר אונטערשטעליג אין וואקסינירן דעם באפעלקערונג – מיט בלויז 2.4% וואקסינירט - נאכדעם וואס אייראפע האט נישט באוויזן צו שליסן א גוטן אפמאך מיט די וואקסין פראדוצירער 'פייזער' אדער 'אסטרא-זענעקע' וועלכע שטעלן צו פאר אייראפע אין פיל קלענערע קוואנטומס און פיל שטייטער ווי פאר אמעריקע און ענגלאנד און אנדערע לענדער. דעריבער הערט מען יעצט איבער פארהאנדלונגען צווישן אייראפעאישע פארשטייער מיט וואקסין פראדוצירער אין כינע און אין רוסלאנד, דאס איז טראצדעם וואס טייל פון די וואקסינען ווערן פראדוצירט אין אייראפע, האבן זיי זיך אבער נישט געקענט דורכקומען באצייטנס און יעצט ווערן רוב וואקסינען ארויסגעשיקט צו אנדערע לענדער.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל