צום ערשטן מאל: נתניהו נאמינירט מוסלעמענער אראבער אלס מיניסטער-קאנדידאט אין ליכוד

מדינת ישראל גייט צום פערטן מאל אפהאלטן וואלן אין א צייט אפשניט פון א קנאפע יאר. נאכדעם וואס ביבי נתניהו האט דריי מאל נישט באוויזן צו צוזאמענשטעלן א קאאליציע, און צום פערטן מאל איז דער קאאליציע צופאלן נאך א קורצע צייט. אין א פרואוו צו אוועקנעמען שטימען פון די לינקע און אראבישע ליסטעס האט נתניהו אונטערגענומען א פארקערטע סטראטעגיע ווי ביי די פריערדיגע רונדעס, און אפעלירט דירעקט צו די אראבישע באפעלקערונג – וואס ציילט ארום צוואנציג פראצענט פון מדינת ישראל – צו שטימען פאר אים, און הייבט ארויס זיין רעגירונג'ס לייסטונגען פאר די אראבער אויפ'ן עקאנאמישן פראנט. אויף צו צייגן זיין ערנסקייט אין העלפן די אראבישע באפעלקערונג האט ער אריינגעשטעלט אן אראבישער מיטגליד אויף די 'ליכוד' ליסטע צום כנסת און פארשפראכן אים צו נאמינירן אלס מיניסטער וועלכער זאל זיך באפאסן מיט העלפן די אראבישע באפעלקערונג, דער שולע פרינציפל נעיל זועאבי איז געשטעלט געווארן אויף די 38סטע פלאץ אויף די ליסטע און נתניהו האט ארויסגעשטעלט א קאמפיין ווידעא אין וועלכע זועאבי אפעלירט צום אראבישן באפעלקערונג צו שטיצן נתניהו.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל