לאנדאנער בית דין מיט אן אויפרוף צו פראווען פורים באשיידן און רעספעקטירן די געזעצן

דער צענטראלער ארטאדאקסישער בית דין 'כדתיא' אין לאנדאן האט ארויסגעגעבן א דעטאלירטע פסק איבער די בעפארשטייענדע פורים טעג, אין וועלכע זיי לייגן ארויס תקנות פאר די בעפארשטייענדע פורים צו פארמיידן די פארשפרייטונג פונעם טויטליכן וויירוס און אויסמיידן א חילול ה'. אונטער'ן קעפל 'לקיים את ימי הפורים האלה' רופן זיי צו פראווען דעם פורים באשיידען אינדערהיים, און לייגן ארויס עטליכע תקנות:

•זיי רופן פאר מוסדות און ישיבות צו אפרופן דאס ארומפארן מיט 'ווענס' און נישט ארומגיין נאך געלט אין גרופעס.
•זיי בעטן פון די מוסדות אז קינדער זאלן נישט טראגן משלוח מנות פאר מלמדים און טיטשערס נאר מען זאל עס ברענגן אין סקול אדער חדר פאר פורים.
•מען זאל זיך משתדל זיין צו מקיים זיין מתנות לאביונים אין בית המדרש באלד נאכ'ן מגילה ליינען כדי צו אויסמיידן ווי ווייט מעגליך דאס ארומגיין נאך געלט.
•מען זאל נישט פראווען די סעודות פון פורים עטליכע משפחות צוזאמען נאר יעדע משפחה באזונדער, און זיי ברענגען ארויס די שוידערליכע אומגליקן וואס האבן פאסירט פאראיאר צוליב די צוזאמענקומען.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל