קאומא אדמיניסטראציע האט באהאלטן פון פעדעראלע אויטאריטעטן צאל טויטפעלער אין נורסינג היימען

א באריכטע אינעם 'ניו יארק פאוסט' זאגט אז אין די ערשטע טעג פונעם קאראנע פענדעמיע ווען הונדערטער זענען אומגעקומען אין ניו יארקער נורסינג היימען צוליב פארנאכלעסיגונג פון די קאומא אדמיניסטראציע האט דער גאווערנער'ס אפיס נישט קאאפערירט מיט פעדעראלע אויטאריטען און נישט באריכטעט די ציפערן. א ווארטזאגער פאר'ן גאווערנער לייקנט דעם באריכט און זאגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט געפירט א פאליטישע קאמפיין צו באשולדיגן דעמאקראטישע סטעיטס אין דעם פענדעמיק און ווארפט אן די שולד אויף די טראמפ אדמיניסטראציע אז זיי האבן נישט קאאפערירט מיט סטעיט באאמטע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל