רוסלאנד ווארנט צו אפהאקן דיפלאמאטישע באציאונגען מיט אייראפע

דער 'אייראפעאישער פאראיין' האט אין די לעצטע וואכן אנגעהויבן צוגרייטן פלענער צו לייגן פרישע עקאנאמישע סאנקציעס אויף רוסלאנד איבער דעם ארעסט פונעם אפאזיציע פירער אלעקסיי נאוואלני. דער רוסישער אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראוו האט זיך היינט באצויגן צו די פלענער און געווארנט אז רוסלאנד וועט נישט טאלערירן אזעלכע שריט און קען גענצליך אפהאקן אירע דיפלאמאטישע באציאונגען מיט אייראפע אויב דאס פאסירט. ער האט גענוצט גאר א שארפע שפראך זאגנדיג "מיר ווילן שלום, אבער מיר זענען גרייט פאר מלחמה." דאס קומט א וואך נאכדעם וואס רוסלאנד האט פארטריבן אייראפעאישע דיפלאמאטן נאכדעם וואס זיי האבן זיך באטייליגט אלס אבזערווירער ביי אן פרא-נאוואלני פראטעסט. 


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל