טראמפ'ס פארטיידיגונגס שטאב בארעכטיגט זיין 'פרייהייט פון ווארט' רעכטן

נאכדעם וואס דעמאקראטן האבן געהאט צוויי טעג צו פארלייגן זייער 'קעיס' קעגן דעם געוועזענעם פרעזידענט טראמפ, ווי זיי האבן געצייגט וויאזוי זיינע ווערטער האבן געפירט צו דעם איבערפאל, און אז ער האט קיינמאל נישט אנערקענט זיין ראלע אין די אטאקע, און אויב וועט ער נישט אימפיטשט ווערן קען ער דאס טון נאכאמאל. זיין פארטיידיגונס שטאב האט היינט אנגעהויבן פארשטעלן דעם פארטיידונג אין וועלכע זיי האבן מער-ווייניגער איגנארירט די קעיס וואס די דעמאקראטן האבן פארגעשטעלט אז דער פרעזידענט האט געהעצט די געוואלדטאטן, און באציען זיך צו די פאקט אז אפילו ווען עס איז אמת האט דער פרעזידענט די רעכט צו 'פרייהייט פון ווארט' און דער אימפיטשמענט פארלעצט זיינע רעכטן. ווי עס קוקט יעצט אויס וועט די אויסגאנג זיין ווי מען האט זיך געראכטן, או רוב רעפובליקאנער וועלן שטימען צו ריינוואשן דעם פרעזידענט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל