פרעזידענט ביידען: מיר האבן גענוג וואקסינען פאר גאנץ אמעריקע

פרעזידענט ביידען האט די פארגאנגענע ענדע-וואך אנאנסירט אז זיין אדמיניסטראציע האט געשלאסן אפמאכן מיט 'פייזער' און 'מאדערנע' וועלכע וועלן ליפערן ביז ענדע יולי נאך צוויי הונדערט מיליאן וואקסינען, ברענגען די צאל וואקסינען צו א מאס וואס איז גענוג צו וואקסינירן יעדען איינציגן אמעריקאנער בירגער. דער פרעזידענט האט אויך געמאלדן אז אין די לעצטע צוויי וואכן האט די אדמיניסטראציע געהאלפן פייזער און מאדערנע פארטאפלן זייערע פראדוקציע מעגליכקייטן דורכ'ן אקטיווירן דעם 'דיפענס פראדוקציע אקט' וואס געט פאר'ן פרעזידענט די מאכט צו צושטעלן מער הילף פאר די פירמע, און די צאל וואקסינען וואס די סטעיטס באקומען איז אין די לעצטע צוויי וואכן געשטיגן מיט 38% און ווי עס שיינט וועט זיין אדמיניסטראציע דערגרייכן דעם 'הונדערט מיליאן וואקסינען אין די ערשטע הונדערט טעג' צוזאג.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל