ערד-ציטערניש טרייסלט אויף יאפאן איבערלאזנדיג שווערע שאדנס

א מאכטפולע ערד-ציטערניש פון 7.3 אויפ'ן ריכטער-וואג האט נעכטן נאכט (מוצאי שבת) אויפגעטרייסלט דעם צפון-מזרח טייל פון יאפאן, דער זעלבער געגענט וואס איז אויסגעשטאנען דעם טויטליכע צונאמי און נוקלעארע קאטאסטראפע אין 'פוקאשימע' מיט צען יאר צוריק. דער ערד-ציטערניש האט געברענגט שווערע 'לענדסליידס' און שאסייען זענען חרוב געווארן, און אזוי אויך געביידעס און סטרוקטורן, אריינגערעכנט א 'בולעט' באן וועלכע איז אראפ פון די רעלסן. עס זענען באריכטעט געווארן אמווייניגסטנס 140 פארוואונדעטע, אבער עס זענען דערווייל נישט באריכטעט געווארן קיין פאטאליטעטן. דער ערד-ציטערניש האט אויך אויסגעשאלטערט עלעקטעריציטעט פאר טויזנטער שטובער, און פארקריפלט שאסייען, טויזנטער רעטונג-ארבעטער זענען געשיקט געווארן צו צוריקשטעלן די אינפרוסטרוקטור.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל