נאך א פארצויגענע פאליטישע קריזיס האבן כמעט אלע פאליטישע פארטייען אין איטאליע – מיט'ן אויסנאם פון איין פארטיי – זיך פאראייניגט צו ערוויילן א 'טעכנאקראטישע' קאבינעט, דאס הייסט א קאבינעט פון עקספערטן אנשטאט פאליטיקאנטן. דער נייער פרעמיער מיניסטער מאריא דראַגהי איז געווען דער פארזיצער פונעם אייראפעאישן וועלט באנק, און איז א באקאנטער עקאנאמיסט וועלכער ווערט אפט אויסגעלויבט פאר'ן העלפן ראטעווען דעם יורא וואלוטע. ער האט אריינגענומען פארשטייער פון כמעט אלע פארטייען אין זיין קאבינעט, אין צוגאב צו אויסערליכע עקספערטן און פארשפראכן צו העלפן דאס לאנד ערהוילן פון איר ארגסטע פינאנציעלע קריזיס זינט דעם צווייטן וועלטס קריג, און וועט פארפיגן אויף אן הילפס פעקל פון 240 ביליאן דאלער וואס דאס לאנד האט געקריגן פונעם אייראפעאישן פאראיין. איטאליע איז וועלט בארימט מיט איר פאליטישע אומסטאביליטעט, און די פאליטישע פארטייען זענען געקומען צו א פארשטענדעניש אין ליכט פון דעם קריזיס צו ערלויבן אן אומפאליטישע רעגירונג פאר א שטיק צייט.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה