כינע קאאפערירט נישט מיט קאוויד אויספארשונג דורך 'וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע'

א גרופע פון עקספערטן און דאקטוירים וועלכע געפונען זיך אין כינע אלס טייל פון א דעלעגאציע פונעם 'וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע' צו פארשן די אומשטענדן וואס האבן געפירט צום גלאבאלן אונטערגאנג פון קאוויד-19 – וועלכע האט זיך אנגעהויבן אין וואהאן - זאגן אז דער רעגירונג אין כינע טוט נישט פולשטענדיג קאאפערירן מיט זיי, און האבן נישט צוגעשטעלט די פולע אינפארמאציע און רעקארדס פון די ערשטע כוואליע פון פאציענטן, א זאך וואס איז קריטיש וויכטיג צו דערגיין פון וואו עס איז געקומען.

די כינעזער רעגירונג לייקנט די באשולדיגונג און זאגט אז זיי האבן צוגעשטעלט אלס "וואס איז נויטיג" פאר די אויספארשונג, אבער די פארשער זאגן אז די כינעזער האבן זיי געגעבן בלויז טיילווייזע צוטריט צו וויכטיגע אינפארמאציע, און זיי האלטן אז דער וויירוס איז אייגענטליך געווען פיל מער פארשפרייט ווי מען האט געמיינט, און מען האט שוין געזען טויזנטער פעלער אין דעצעמבער 2019, נאך איידער די וועלט האט זיך דערוואוסט פונעם אויסברוך.

די גרופע האבן אויסגעשלאסן די שפעקולאציע אז דער וויירוס שטאמט פון א ביאלאגישע לאבערטאריע אין וואָהאן, אבער פארט האבן זיי פארדאכטן אז די כינעזער אויטאריטעטן זוכן צו אויסמיידן אומאנגענעמע פאקטן, און זוכן צו פארווישן די פאקטן, ספעציעל די פאקט אז כינע האט נישט מיטגעטיילט די אינפארמאציע באצייטנס, טראץ וואס דער וויירוס איז שוין געווען ווייט-פארשפרייט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל