טראמפ פרייגעשפראכן דורכ'ן סענאט; זיבן רעפובליקאנער שטימען קעגן אים

דער געוועזענער פרעזידענט איז צום צווייטן מאל פרייגעשפראכן געווארן דורכ'ן סענאט אין אן אימפיטשמענט פראצעס, טראץ וואס דאסמאל האבן זיבן רעפובליקאנער געשטימט קעגן אים איז דאס נישט גענוג אים צו פאראורטיילן, א זאך וועלכע פאדערט צוויי-דריטל שטימען אינעם סענאט, און דאס מיינט אז פון א לעגאלע שטאנדפונקט קען ער לויפן נאכאמאל פאר פרעזידענט אין פיר יאר ארום.
 
טראץ וואס דאס איז גוטע נייעס פאר'ן געוועזענעם פרעזידענט, און ער האט אין א סטעיטמענט געשריבן אז דאס איז ווידעראמאל א זיג פאר אים, אבער פארט איז אונטערגעשטראכן געווארן אז די פאקט אז זיבן רעפובליקאנער האבן געשטימט קעגן אים מיינט אז ער האט געהאט די מערסטע שטימען קעגן אים אין סענאט פון זיין אייגענע פארטיי ווי סיי וועלכער פרעזידענט אין היסטאריע.

נאך דריי לאנגע טעג פון פרעזענטאציעס דורך דעמאקראטישע סענאטארן און טראמפ'ס אדוואקאטן האט דער סענאט געשטימט אין אן אפשטימונג פון 57 דעמאקראטן און רעפובליקאנער קעגן 43 וועלכע האבן ריינגעוואשן דעם פרעזידענט, און טראץ געוויסע דרוק צו פארלענגערן דעם פראצעדור האבן רעפובליקאנער און דעמאקראטן זיך פאראייניגט נישט צו ברענגן עדות און פארלענגערן דעם פראצעס.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל