געהיימע געשפרעכן צווישן מדינת ישראל און רוסלאנד איבער הומאניטארישע מיסיע אין סיריע

אין די לעצטע שטונדן זענען באריכטעט געווארן אין מדינת ישראל איבער אינטענסיווע געשפרעכן צווישן מדינת ישראל'ס רעגירונג און רוסישע מיליטערישע פירער איבער סיריע. די מדינת ישראל צענזור לאזט דערווייל נישט באריכטן איבער וואס עס האנדלט זיך און האבן בלויז באשטעטיגט אז די רעדע איז פון א 'הומאניטארישע סיטואציע' אין סיריע. עס צירקולירן פארשידענע שפעקולאציעס, און געוויסע קוועלער געבן איבער אז די רעדע איז פון א מדינת ישראל ציווילע בירגער וועלכע האט אריינגעוואדערט קיין סיריע און רוסלאנד פרובירט צו העלפן מדינת ישראל מיט איר באפרייאונג אין אויסטויש פאר געוויסע קענצעסיעס פון מדינת ישראל פאר סיריע. די געשפרעכן זענען פארגעקומען אין די הויכע ראנגן צווישן די פארטיידיגונגס מיניסטארן פון רוסלאנד און מדינת ישראל, און א זיצונג צווישן דעם רוסישן אמבאסאדער פון מדינת ישראל מיט'ן אויסערן מיניסטער.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל