דובאי פרינצעסן שיקט ארויס ווידאו אז זי איז אונטער הויז-ארעסט דורך איר פאטער

די וועלט שטורעמט יעצט מיט א פרישע ווידעאו וואס איז ארויסגעשיקט געווארן דורך פרינצעסין לאטיפא, די טאכטער פונעם פירער פון דובאי, אין וועלכע זי אפעלירט פאר הילף און זאגט אז זי ווערט געהאלטן אונטער ברוטאלע אומשטענדן דורך איר פאמיליע קעגן איר ווילן. "איך בין אין ווילא וואס איז הערמעטיש פארשלאסן די טויערן און פענסטער, און איך בין באוואכט 24 שעה א טאג דורך וועכטער" זאגט זי אינעם ווידעאו וועלכע זי האט אפגעכאפט אין געהיימניס. די 35 יעריגע פרינצעסין איז נישט געזען געווארן פאר צוויי יאר נאכדעם וואס זי האט פרובירט צו אנטלויפן פון דובאי און איז צוריקגעברענגט געווארן דורך גרעניץ וועכטער, זי זאגט אז זי ווערט פארהאלטן אונטער גאר שווערע אומשטענדן אלס נקמה פון איר פאמיליע פאר'ן זיך דערוואגן צו פרובירן צו אנטלויפן. עטליכע פון אירע געשוויסטער האבן אויך פרובירט צו אנטלויפן און זאגן אז זייער פאטער, דער פירער פון דובאי און פון די וועלטס רייכסטע מענטשן, פייניגט זיינע אייגענע משפחה מיטגלידער.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל