ראקעט פון פרא-איראנער מיליציע טרעפט אמעריקאנער באזע אין איראק

דער אמעריקאנער סעקטערטערי אוו סטעיט האט פארשפראכן צו נעמען שריט נאכדעם וואס א פרא-איראנער מיליציע האט געשאסן א ראקעט באמבע אויף אן אמעריקאנער באזע אינעם קורדישן ראיאן אין איראק פון וועלכע איין איראקער בירגער איז אומגעקומען און נאך פינף זענען פארוואונדעט געווארן, אריינגערעכנט אן אמעריקאנער סאלדאט. די אטאקע איז פארגעקומען אינעם שטאט אירביל, און האט געפירט צו די אפשלוס פונעם ארטיגן לופטפעלד. די גרופע וועלכע האט גענומען פארנטווארטליכקייט אין די אטאקע האט געזאגט אז דאס איז א נקמה אויף די אמעריקאנער 'אקופאציע' פונעם איראקער באדן. דער איראקער פרעמיער מיניסטער האט פארשפראכן צו באקעמפן די גרופע און שטארק פארדאמט די אטאקע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל