דער קריפטא-וואלוטע 'ביטקוין' וועלכע האט זיך אנגעהויבן אלס א קוריאזע ערשיינונג צווישן געציילטע טעכנאלאגיע ליב-האבער האט געגרייכט א פרישע רעקארד ווען עס איז אנגעקומען צו איבער פופציג טויזנט דאלער אין ווערד. דאס קומט נאכדעם וואס עטליכע גרויסע פירמעס האבן זיך אנגעשלאסן אין דעם באוועגונג און געזאגט אז זיי וועלן מעגליך אקצעפטירן דעם וואלוטע אלס א באצאלונגס מיטל און גלייכצייטיג האט די פירמע טעסלא געקויפט איבער אנדערהאלבן ביליאן דאלער ווערד פון ביטקוין. דער 'דשעי פי מארגן' באנק האט ארויסגעגעבן איר שאצונג אז דער וואלוטע קען אנקומען צו איבער 146 טויזנט דאלער ווערד אויב נאך פירמעס וועלן זיך אנשליסן אין דאס אקצעפטירן.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה