לעצטע אפדעיטס אין די עולם ה'פאליטיק...

•אן אנקעטע דורך 'קוויניפעק' צייגט אז 75% פון רעפובליקאנער ווילן אז דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ זאל בלייבן א פראמינענטער פיגור אינעם פארטיי קעגן בלויז 21% וועלכע האבן געזאגט אז דער פארטיי דארף זיך געזעגענען פון אים. אבער ווען עס קומט צום אלגעמיינעם אמעריקאנער באפעלקערונג האבן 60% געזאגט אז זיי ווילן נישט ער זאל בלייבן א פיגור אויפ'ן נאציאנאלן ארענע און 55% האבן געזאגט אז ער זאל נישט מעגן ווערן ווידער-ערוויילט.

-
•דער 'נאציאנאלע אפריקאנער אמעריקאנער קאנסול' באקאנט אלס NAACP אינאיינעם מיט קאנגרעסמאן בעני טאמפסאן האבן געברענגט אן אנקלאגע אינעם פעדעראלן געריכט אין וואשינגטאן קעגן דעם געוועזענעם פרעזידענט טראמפ און זיין אדוואקאט רודי דזשוליאני פאר'ן אנהעצן די מאסן צו אטאקירן דעם קעפיטל געביידע. דער אנקלאגע איז באזירט אויף א געזעץ דורכגעפירט אין 1887 און איז באקאנט אלס דער 'קו קלוקס קלען' געזעץ וועלכע פארבאט עמיצין וואס הייצט אן ראיאטן צו ערוועלט ווערן צו א רעגירונג פאזיציע.

-
אן אנקעטע דורכגעפירט דעם די 'העריס' סורוועי פירמע צייגט אז 57% אמעריקאנער האלטן אז 'אחדות' – צו פאראייניגן דאס פאלק איז א פריאריטעט פאר פרעזידענט ביידען, און 43% זאגן אז דאס איז נישט זיין פריאריטעט. דאס נעמט אריין 90% דעמאקראטן וועלכע האבן אזוי געענטפערט און 62% פון אינדיפענדענטס. 78% פון רעפובליקאנער האלטן אז פאראייניגונג איז נישט זיין העכסטע פריאריטעט, נאר פארטייאישע אינטערעסן.

-
דער 'פראדזשעקט לינקאלן' קאמיטע פון געוועזענע רעפובליקאנער סטראטעגיסטן וועלכע האבן זיך פארנומען מיט קאמפיינען קעגן פרעזידענט טראמפ האבן נעכטן געשלאסן זייער פאנד-רעיזינג וועבזייטל. דאס קומט נאכדעם וואס עס זענען אפירגעקומען סקאנדאלן איבער געמיינע אויפפירונג דורך איינע פון די גרונדער, יענער איז שוין אויפגעזאגט געווארן אבער עס זענען אנטשטאנען אינערליכע קריגערייען און ווי עס שיינט איז דער גאנצער פראיעקט אויפגעלעזט געווארן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל