קאטאסטראפאלע קעלט און שטורעמס פארקריפלן אמעריקאנער דרום שטאַטן

מיליאנען איינוואוינער אין טעקסאס זיצען אין פארפרוירענע היימען אין אונטער-זעראו טעמפעראטורן אן קיין הייצונג צוליב עלעטעריציטעט אויסשאלטערונגען, און נאך צענדליגע זענען פארכאפט אין ברוכווארג פון א שטורעם אין נארט קאראליינע, און אמוויינגסטנס עלעוו טויטפעלער זענען באריכטעט געווארן אין א שוידערליכע קעלט כוואליע וועלכע רייסט אדורך דעם אמעריקאנער דרום ראיאן.

צוליב די רעקארד-ברעכנדע קעלט זענען עלעקטעריק פירמעס אין טעקסאס געצווינגן צו אויסשאלטערן עלעקטעריק פאר מיליאנען איינוואוינער וויבאלד די איינריכטונגען וואס מען נוצט פאר ענערגיע – די קוילן ברענערייען און ווינט איינריכטונגען – זענען געפרוירן און פאקריפלט פון די פרעצעדענטלאזע וועטערס, און מיליאנען זענען געבליבן אן הייצונג.

דער טעקסאס גאווערנער גרעג עבאט האט איינגעשפאנט די 'נעשאנל גארד' צו עוועקיואירן עלטערע בירגער צו די 135 'ווארימע סטאנציעס' לענגאויס טעקסאס, און אין די זעלבע צייט ספראוועט זיך נארט קאראליינע מיט די נאכווייען פון א טויטליכע האריקעין וועלכע האט אומגעווארפן הונדערטער הייזער און פארכאפט צענדליגער אונטער די ברוכווארג.

אזוי אויך אין אנדערע שטאטן האבן געזען אויסטערליש שווערע וועטערס, אין שיקאגא איז געפאלן אנדערטהאלבן פוס שניי, און רוב דרום שטאטן האבן געזען רעגנס פון אייז און פארפרוירענע שאסייען, און היינט און מארגן זענען ערווארטעט נאך שווערע קעלט און שנייען וועלכע קענען פארערגערן די קאטאסטראפאלע אומשטענדן. דער שטורעם רוקט זיך צו צפון און וועט אנקומען דאנערשטאג קיין מערילענד און טיילן פון ניו דשערזי וועלכע וועלן זען הויכע שניי און שווערע קעלט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל