שר וגדול נפל בישראל: הגאון הגדול רבי חיים מאיר הלוי וואזנער זצ"ל

דער בארימטער פוסק און באליבטער רב און משפיע הגאון הגדול רבי חיים וואזנער זצ"ל איז היינט נפטר געווארן אין עלטער פון 82 יאר אלט נאכ'ן ווערן אנגעשטעקט מיט'ן קאראנע וויירוס ביי א חתונה פון אן אייניקל ארום א חודש צוריק.

דער גאון וצדיק, באקאנט אין די חסידישע וועלט אלס "רבי חיים וואזנער" איז געווען דער זון און תלמיד פונעם עמוד ההוראה דער בעל שבט הלוי זצוק"ל, און האט פאר לאנגע יארן געדינט אלס רב פון די סאטמאר'ער קהילה אין לאנדאן.

אין די לעצטע יארן פון זיין טאטן איז ער געקומען קיין ארץ ישראל און ער האט איבערגענומען די הנהגה פון די קהילה 'שבט הלוי' און ישיבת 'חכמי לובלין' און איז געווען פון די חשובע מנהיגים פונעם יהדות החרדית אין ארץ ישראל.

אויסער זיין גדלות בתורה איז ער געווען באקאנט מיט זיין אויסטערלישע פקחות און חכמה, און אזוי אויך מיט זיין געוואלדיג פארשטאנד אין תורת הנפש, ער האט געשריבן צווישן זיינע חיבורים אויך א חשובע ספר אויף שלום בית מיט'ן נאמען 'ראה חיים' וועלכע איז באזירט אויף תורת המדות און איידלקייט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל