נאכדעם וואס די ביידען אדמיניסטראציע האט פאריגע וואך ארויסגעשטעלט איר שאצונג אז איראן שטייט געציילטע חדשים אוועק פון פארמאגן די מעגליכקייט צו פראדוצירן אן אטאמישע וואפן האט דער מדינת ישראל הויפט גענעראל אביב כוכבי געזאגט אז דער מדינת ישראל מיליטער גרייט צו מיליטערישע פלענער – אין צוגאב צו די וועלכע זי פארמאגט שוין – צו אפשטעלן איראן פון עררייכן זייער ציל.  היינט האט דער איראנער פארשטייער צום יו-ען גערופן פאר די קערפערשאפט צו נעמען שריט קעגן מדינת ישראל איבער די "פראוואקאטיווע רעטאריק" קעגן איראן.  אין די זעלבע צייט האט דער איראנער הויפט גענעראל מאכמוד וועאזי געזאגט אז "מדינת ישראל האט נישט קיין פלענער, און זיי האבן נישט די מעגליכקייט דאס צו אויספירן" און באצייכנט די רעטאריק אלס "פסיכאלאגישע" מיטלן צו דערשרעקן איראן און אלאמירן די אינטערנאציאנאלע געמיינדע.

נאכדעם וואס די ביידען אדמיניסטראציע האט פאריגע וואך ארויסגעשטעלט איר שאצונג אז איראן שטייט געציילטע חדשים אוועק פון פארמאגן די מעגליכקייט צו פראדוצירן אן אטאמישע וואפן האט דער מדינת ישראל הויפט גענעראל אביב כוכבי געזאגט אז דער מדינת ישראל מיליטער גרייט צו מיליטערישע פלענער – אין צוגאב צו די וועלכע זי פארמאגט שוין – צו אפשטעלן איראן פון עררייכן זייער ציל.

היינט האט דער איראנער פארשטייער צום יו-ען גערופן פאר די קערפערשאפט צו נעמען שריט קעגן מדינת ישראל איבער די "פראוואקאטיווע רעטאריק" קעגן איראן.

אין די זעלבע צייט האט דער איראנער הויפט גענעראל מאכמוד וועאזי געזאגט אז "מדינת ישראל האט נישט קיין פלענער, און זיי האבן נישט די מעגליכקייט דאס צו אויספירן" און באצייכנט די רעטאריק אלס "פסיכאלאגישע" מיטלן צו דערשרעקן איראן און אלאמירן די אינטערנאציאנאלע געמיינדע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל