טראמפ'ס אדוואקאט – אן ארטאדאקסישער איד – פארלאנגט טויש צום אימפיטשמענט פראצעס צוליב שבת

דעוויד שאהען, דער אדוואקאט וועלכער איז אויפגענומען געווארן דורכ'ן געוועזענעם פרעזידענט טראפ האט צוגעשיקט א בריוו צו קאנגרעס אין וועלכע ער זאגט אז ער וועט נישט קענען אנוועזנד זיין ביים פראצעס פון פרייטאג מיטאג ביז מוצאי שבת און פארלאנגט דעריבער צוצואיילן אדער אפשטעלן דעם פראצעדור צו אקאמאדירן זיינע רעליגיעזע באגרעניצוגנען.

ער האט אפגעשיקט דעם בריוו צו סענאטאר שומער און מעקאנעל, און סענאטאר שומער האט באלד עפנטליך רעאגירט אז זיין שטאב שטייט אין פארבינדונג מיט שאהען צו פארזיכערן אים צו אקאמאדירן אבער ער האט נישט אויסגעברייטערט וואס דאס מיינט.

דער פראצעס הייבט זיך אן דעם דינסטאג, און דער קומענדיגער מאנטאג איז 'פרעזידענט'ס דעי' וואס מיינט אז דער סענאט איז אויף אורלויב פאר א וואך, און מען האט ערווארטעט אז דער פראצעס וועט נעמען ארום א וואך. אין ליכט פון דער נייער פארלאנג פון שאהען קען זיין אז מען וועט דאס צואיילן, אדער וועט דאס גאר נעמען לענגער און מען וועט דארפן ווארטן ביז סענאט קומט צוריק אין סעסיע ארום א וואך שפעטער.

אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין 1999 דורכאויס דעם אימפיטשמענט פראצעדור פון ביל קלינטאן איז ברייט באריכטעט געווארן אז דער דעמאלטסדיגער סענאטאר פון קאנעטיקוט דזשאוסעף ליבערמאן האט געשפרייזט איבער פיר מייל צופוס צו אנוועזנד זיין ביי א פארהער וואס איז אפגעהאלטן געווארן שבת.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל