די טראמפ פאמיליע האט פאליטישע אמביציעס: צוויי טראמפ׳ס קלערן פון לויפן

פרעסע באריכטן זאגן אז צוויי מיטגלידער אין די טראמפ פאמיליע קלערן ערנסט פון לויפן. דאס ערשטע איז די שנור פונעם פרעזידענט, לארא טראמפ, די ווייב פון זיין זון עריק. זי קלערט פון לויפן אין נארט קאראליינע אין 2022 ווען דער יעצטיגער סענאטאר ריטשערד בור טרעט אפ. אזוי אויך די טאכטער איוואנקע טראמפ שליסט נישט אויס צו לויפן אין פלארדיע קעגן סענאטאר מארקא רוביא (אינטרעסאנט צו באמערקן אז זי איז געווען רעגיסטרירט אלס דעמאקראט ביז 2016) – און מארקא רוביא האט שוין רעאגירט אז ער איז גרייט פאר א שווערע פריימערי פארמעסט. באריכטן זאגן אז זיי ווארטן צו זען וויאזוי דער פארמעסט פון האקעבי-סאנדערס אין ארקאנסעס וועט זיך אויסארבעטן אויף צו באשליסן אויב דער נאמען ׳טראמפ׳ ארבעט נאך אינעם פארטיי.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל