ביידען דרוקט אויס וויליגקייט צו פארהאנדלן איבער זיין פאנדעמיק ריליף פעקל

״וואס איך האב ארויסגעלייגט איז נאר דער אנהויב, מיר דארפן פארהאנדלן, עס וועט נעמען אפאר וואכן״ האט פרעזידענט ביידען נעכטן געזאגט איבער זיין 1.9 טריליאן דאלערדיגע קאוויד ריליף בינטל. פילע רעפובליקאנער און אויך א צאל דעמאקראטן האבן אויסגעדריקט אומצופרידנהייט פונעם פרעזידענט׳ס פארשלאג וויבאלד עס שיקט טשעקס צו אלע אמעריקאנער משפחות וואס פארדינען אונטער 150 טויזנט און אינדיווידועלן וואס פארדינען אונטער 75 טויזנט, און זיי זאגן אז דאס נעמט אריין אויך גוטע פארדינער וואס דארפן נישט קיין הילף, דער פרעזידענט זאגט אז ער איז אפן צו טוישן די דעטאלן פונעם פלאן. סענאט פירער שומער האט נעכטן געזאגט אז ער האפט עס צו אריבערפירן אן אפשטימונג אין סענאט אין ארום 4 ביז 6 וואכן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל