פרעזידענט ביידען האט נעכטן ביי א פרעסע קאנפערענץ געזאגט אז ביז ענדע פרילינג וועלן אלע אמעריקאנער וואס ווילן נעמען א וואקסין האבן צוטריט דערצו. דער פרעזידענט זאגט אז לויט די שנעלקייט ווי עס גייט ביז היינט וועט ער לייכטערהייט אנקומען צו זיין ציל פון הונדערט מיליאן וואקסינען אין זיינע ערשטע הונדערט טעג. יעצט ווערן שוין איבער א מיליאן וואקסינירט טעגליך און דער פרעזידענט זאגט אז עס וועט ארויפגיין צו 1.5 מיליאן אדער 2 מיליאן אינגיכן און ביז פסח צייט וועט אמעריקע זיין וואקסינירט. דער פרעזידענט האט צוגעלייגט ״עס איז א גרויסע אונטערנעמונג, אבער עס קוקט אויס אז מיר וועלן עס באווייזן.״
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה